תורה -
במשך די וואך לערנט מען 26 פסוקים פון די וואכעדיגע סדרה, און ליל ששי לערנט מען
נאך 26 פסוקים. אלעס אינאיינעם באקומט מען א קלארע ידיעה אין א שיין חלק פון דער
סדרה און דאס געט חשק צו ענדיגן דעם גאנצן סדרה מיט פירוש רש"י (א זאך
וואס פארלאנגט זיך מדינא דשו"ע, כמבואר באו"ח סי' רפ"ה לענין שנים
מקרא ואחד תרגום).
נביאים -
לערנט מען געווענטליך אדורך די הפטורה פון דער וואך, אזוי ארום ווען עס קומט די
צייט פון זאגן די הפטורה שבת אינדערפרי נאכ'ן ליינען, חזר'ט מען דאס איבער מיט א
געשמאק פארשטייענדיג די טייטש דערפון.
כתובים - די
ערשטע רוב יאר לערנט מען אדורך די מוסר רייד פון ספר משלי, און שפעטער לערנט מען
מערערע קאפיטלעך אין ספר תהלים, וואס דאס געט א חשק צו פארשטיין אויך די איבריגע
קאפיטלעך וואס מען זאגט כסדר.
משנה -
לערנען משניות איז א געוואלדיגער תיקון פאר די נשמה, ווי כידוע אז משנה איז אותיות
נשמה. אין מסגרת 'חק לישראל' לערנט מען אדורך רוב פרקים פון ששה סדרי משנה.
גמרא - געווענליך
לערנט מען א שטיקל אגדתא, וואס עס שטייט דערויף אין מדרש "רצונך להכיר את מי
שאמר והיה העולם, עסוק באגדה".
זוהר -
אפילו מען פארשטייט נישט אלע ווערטער – אויך פונעם לה"ק טייטש - איז באקאנט
אז דאס עצם ארויסזאגן די ווערטער מיטן מויל איז מסוגל אויף קדושה וטהרה. זייער
אסאך מאל באגעגנט מען גאנץ לייכטע שטיקלעך וואס טוען שטארק מעורר זיין דעם מענטש
צו תורה ותפלה ומעשים טובים.
הלכה – מיט'ן
לערנען עטליכע הלכות יעדן טאג איז מען בטוח צו זיין א בן עולם הבא. בפרט אז רוב
טעג לערנט מען הלכות וואס זענען נוגע פאר'ן טאג טעגליכן לעבן, וואס דאס איז דער
תכלית פון לערנען תורה "לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא", לדעת את הדרך ילכו
בה ואת המעשה אשר יעשון. [דא איז וויכטיג אנצומערקן, אז פון די הלכות - וואס מען
לערנט אינעם 'חק' – פארלאזט מען זיך נישט אויף "הלכה למעשה". אסאך מאל
נעמען די פוסקים אן אנדערש להלכה ווי עס איז אין 'חק' אראפ געברענגט].
מוסר -
וויבאלד חז"ל זאגן אונז אז "יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום", דארף
מען דאך יעדן טאג לערנען ספרי מוסר זיך קעגנצושטעלן דעם יצר הרע. איז אויב דער
מלאך האט געזאגט פאר'ן הייליגן בית יוסף צו לערנען מוסר יעדן טאג (כמבואר
במגיד מישרים סוף פ' בהר), און דער הייליגער חתם סופר האט זיך
אויסגעדרוקט אז א טאג וואס ער לערנט נישט קיין מוסר שפירט ער א שטיקל קאלטקייט...
מה נענה אנן אבתריה.
איז
דאך גאר וויכטיג צו לערנען יעדן טאג דעם סדר פון חק לישראל, וואס איז כולל אין זיך
די אלע אויבנדערמאנטע לימודים.
תורה:
זונטאג לערנט מען די ערשטע 6 פסוקים פון דער סדרה, מאנטאג לערנט מען די קומענדיגע
4 פסוקים, דינסטאג נאך 4 פסוקים, מיטוואך 6 פסוקים, און דאנערשטאג 5 פסוקים. אלעס
אינאיינעם לערנט מען 26 פסוקים כמנין שם הוי"ה. ליל ששי לערנט מען נאך 26
פסוקים. [במאמר המוסגר: ווען 2 סדרות גייען אינאיינעם, שרייבט דער
חיד"א, איז גענוג צו לערנען נאר די ערשטע סדרה].
נביאים: לערנט
מען אויפ'ן זעלבן סדר ווי תורה, און במשך די וואך לערנט מען 26 פסוקים. געווענליך
די הפטורה פון דער וואך, און אויב די הפטורה איז צו קורץ, לערנט מען צו פסוקים פון
שפעטער, אדער הייבט מען אן פון אביסל פריער.
כתובים: לערנט
מען אויפ'ן זעלבן סדר ווי תורה און נביאים, 26 פסוקים א וואך. פון פרשת בראשית ביז
פרשת בהעלותך לערנט מען גאנץ ספר משלי (אויסער די
לעצטע פאר פסוקים). פון פרשת בהעלותך ביז וזאת הברכה לערנט מען ספר
תהלים. זונטאג פון ספר ראשון, מאנטאג פון ספר שני, און אזוי ווייטער.
משנה:
זונטאג לערנט מען א פרק משניות אין סדר זרעים. במשך דעם יאר איז מען מסיים מס'
ברכות, פאה, דמאי, כלאים, שביעית, און תרומות. מאנטאג לערנט מען א פרק אין סדר
מועד. במשך דעם יאר ענדיגט מען מס' שבת, עירובין, פסחים, חגיגה, ביצה, און 2 פרקים
פון מועד קטן. דינסטאג לערנט מען א אין סדר נשים. במשך דעם יאר ענדיגט מען מס'
יבמות, כתובות, קידושין, גיטין, סוטה, און 3 פרקים פון נדרים.
מיטוואך
לערנט מען דעם פרק משניות אין סדר נזיקין. במשך דעם יאר ענדיגט מען מס' ב"ק,
ב"מ, ב"ב, סנהדרין, שבועות, מכות, און די ערשטע 2 פרקים פון עדיות.
דאנערשטאג לערנט מען א פרק אין סדר קדשים. במשך דעם יאר ענדיגט מען מס' זבחים,
מנחות, חולין, בכורות, און 6 פרקים פון ערכין. פרייטאג לערנט מען אין סדר טהרות. במשך
דעם יאר ענדיגט מען מס' מקואות, פרה, ידים, אהלות, און 10 פרקים פון נגעים.
גמרא:
געווענליך לערנט מען א שטיקל אגדתא אדער שמעתתא פון דעם זעלבן פרק וואס מען האט
געלערנט אין משניות. זונטאג און פרייטאג לערנט מען פון מס' ברכות און נדה, ווייל
עס איז נישטא קיין גמרא בבלי אויף די אנדערע מסכתות פון זרעים און טהרות.
זוהר: מען
לערנט יעדן טאג א שטיקל זוהר הקדוש, געווענטליך פון דער פרשת השבוע. פרייטאג לערנט מען א שטיקל וואס רעדט זיך פון
שבת קודש.
הלכה: די
ערשטע פאר וואכן לערנט מען פסקי הלכות פון ד' חלקי שולחן ערוך, און דערנאך לערנט
מען פון משנה תורה להרמב"ם. במשך דעם יאר לערנט מען פארשידענע חלקים פון
הלכות יסודי התורה, הל' דעות, תלמוד תורה, ע"ז, תשובה, איסורי ביאה, אישות,
קריאת שמע, תפלה, מעשה הקרבנות, פרה אדומה, און ברכות. פרייטאג לערנט מען הלכות
שבת.
מוסר: מען
לערנט יעדן טאג א שטיקל פון א פריערדיגער מוסר ספר. צום ביישפיל: מרגניתא דרבי
מאיר, ספר הישר, תוצאות חיים, שערי קדושה, ספר חסידים, ספר חרדים, ספר הרוקח, צידה
לדרך, סדר היום, און שערי תשובה לרבינו יונה.
דער
חיד"א שרייבט אז די פסוקים פון "תורה" זאל מען לערנען "שנים
מקרא ואחד תרגום", און די פסוקים פון נביאים און כתובים איז גענוג
"איינמאל מקרא און איינמאל תרגום".
עס
זענען דא פארשידענע דיעות בנוגע די 26 פסוקים וואס מען לערנט "ליל
שישי": א) לויט'ן מסדר החק רבי יצחק ברוך זצ"ל און לויט'ן 'יסוד ושורש
העבודה' לערנט מען דאס "שנים מקרא ואחד תרגום", ב) לויט'ן חיד"א
לערנט מען דאס "שנים מקרא" און נישט קיין תרגום, ג) און לויט'ן רש"ש
(רבי
שלום שרעבי) לערנט מען נאר "איינמאל מקרא". אזוי
שרייבט אויך דער 'בן איש חי'.
מיום
א' עד יום ה': דער מחבר פסק'נט (או"ח
סי' קנ"ה) אז די צייט וואס מען איז זיך קובע צום לערנען,
זאל זיין תיכף נאך תפלת שחרית. דער טעם
דערפון איז כדי מקיים צו זיין "ילכו מחיל אל חיל". אויך איז דא א חשש אז
אויב מען גייט קודם אריין אין די ארבעט, וועט זיך אלעס פארשלעפן און מ'וועט נישט
אנקומען צו לערנען דעם שיעור קבוע.
אזוי
שרייבט טאקע דער חיד"א, אז מען זאל משתדל זיין צו לערנען 'חק לישראל' גלייך
נאך תפלת שחרית, אזוי שרייבט אויך דער 'יסוד ושורש העבודה'. אויב מען איז
הונגעריג, מעג מען דאס אפלייגן אויף נאך פרישטאג, ווי דער מחבר פסק'נט בכלל (אין
סימן קנ"ה) לגבי קביעת עתים לתורה.
ווי
געברענגט - אין פריערדיגע מאמרים וועגן
דעם 'חק' – שריייבט רבי חיים וויטאל זצ"ל, אז דאס איז געווען דער מנהג פון
זיין רבי דער אריז"ל, אז נאך שחרית פלעגט ער עסן פת שחרית, דערנאך פלעגט ער
צוריק אנטון די טלית ותפילין און געלערנט דעם סדר. (וואס
איז שפעטער באקאנט געווארן אלס "חק לישראל").
ליל
ששי: רבי
חיים וויטאל שרייבט אז די 26 פסוקים פון "ליל ששי" לערנט מען נאך חצות
הלילה, און דער וואס קען נישט אויפשטיין צו חצות, זאל דאס לערנען בעפאר ער גייט
שלאפן. פרייטאג בייטאג לערנט מען נישט קיין תנ"ך. דער בן איש חי שרייבט אבער,
אז ווער עס האט דאס נישט געלערנט ביינאכט, זאל דאס לערנען פרייטאג בייטאג.
דא איז
כדאי צו דערמאנען וואס דער 'יסוד ושורש העבודה' שרייבט וועגן זוה"ק, אז מען
זאל אכט געבן נישט צו לערנען די זוהר פון אנהייב נאכט ביז חצות הלילה. אויסער
פרייטאג צונאכטס וואס מען מעג יא לערנען זוהר.
שבת: דער
סדר הילמוד אויף שבת איז ערשט נתוסף געווארן דורך הגאון המקובל הרב אלכסנדר זיסקינד מהוראדנא זצ"ל,
מחבר פון נאר וואס דערמאנטן ספר 'יסוד ושורש העבודה'. שפעטער איז נאך צוגעקומען צום לימוד החק
בשב"ק, דורך הגאון הגדול הרב משולם פינקלשטיין זצ"ל, בעל 'אלף המגן' אויפ'ן
'מטה אפרים.
יום
טוב: דער חיד"א ברענגט אז יום טוב איז דער מנהג
"נישט" צו לערנען קיין "חק לישראל", דערפאר זאל מען אין די
חול המועד טעג משלים זיין דאס וואס מען וואלט געדארפט לערנען אום יום טוב.
וואס טוט מען אין דער וואך פאר א יום טוב ווען עס גייט נישט קיין
סדרה? שרייבט דער חיד"א אז מען זאל שטענדיג לערנען "חק לישראל" פון
די פרשה וואס מען האט געליינט דעם פארגאנגענעם שבת ביי מנחה.
מערקווערדיג ברענגט דער בן איש חי פון זיין רבי'ן הרב עבדאללה סומך זצ"ל, אז אין א יאר וואס שבת בראשית געפאלט אויס אסרו חג סוכות,
און מען האט נישט ווען צו לערנען דעם סדר החק פון "פרשת בראשית", זאל
מען נישט זיין באזארגט אז מען האט נישט געמאכט די ריכטיגע הכנה צום שבת. ווייל נאר
אין די וואכענטעג; ווען די סיטרא אחרא האט א שליטה, דארף מען מאכן אן הכנה צום שבת.
אבער ווען עס זענען נישט דא קיין וואכענטעג פעלט אינגאנצן נישט אויס צו מאכן אן
הכנה צום שבת מיטן לימוד פון "חק לישראל".
דער
אריז"ל שרייבט אז אויב מען האט איין טאג נישט געלערנט די פסוקים פון יענעם
טאג, איז יענע טאג שוין 'פארפאלן' (א "מעוות שאינו יכול לתקן"). אבער מען
זאל צומארגנס משלים זיין די פסוקים וואס מען האט נעכטן פארפעלט (צב"ש
אויב מען האט פארגעסן זונטאג צו לערנען די 6 פסוקים, לערנט מען מאנטאג 10 פסוקים,
6 פון זונטאג און 4 פון מאנטאג).
דער בן
איש חי לייגט צו, אז די זעלבע וועט זיין אויב מען האט עטליכע טעג פארפעלט צו
לערנען "חק לישראל", זאל מען אינעם טאג וואס מען דערמאנט זיך צוערשט
משלים זיין די פסוקים פון די פריערדיגע טעג און נאכדעם לערנען דעם טעגליכן
שיעור.
עס איז
מסתבר אז זיי רעדן בלויז פון די פסוקי החומש און אז מען דערמאנט זיך ווילאנג עס
גייט נאך די זעלבע פרשה. (ויש לעיין בנוגע פסוקי משלי ותהלים).